צייטליכע און פריידיגע אפדעיטס אלעס ארום דעם גרויסארטיגן קאַמפיין "אַיְינְגִיבַּאקְן בַּיי מִיר אִין הַארְצְן":
די אומגלויבליכע זכי' – "שליחו של אדם כמותו"! הערט די וואונדערליכע ווערטער פון הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א מגדולי זקני אנ"ש
"ער האט זוכה געווען אז ער איז א שליח פון רבי'ן, עס איז שווער ארויסצוליינען די ווערטער, שלוחו של אדם כמותו, אבער ס'איז דא אזא מושג! שלוחו של אדם כמותו! ס'איז א געוואלדיגע זכיה, שלוחו של אדם כמותו אזוי ווי די משלח. ער איז א שליח פון רבי'ן!
ס'שטייט דאך א צדיק אלע השפעות קומט פון צדיק, איז ער שטייט דאך ביים מקור, קומען טאקע די אלע השפעות זאל אנקומען צו אים בשלימות, און פאר די אלע וואס העלפן פארשטייט זיך. א שליח פון א שליח איז אויך א שליח!
ש. : ס'איז דא מענטשן וואס ס'איז שווער, זיי מוטשען זיך מיט געלט
הגה"צ רבי משה שליט"א: איז דאך נאך חשוב'ער, איז דאך נאך גרעסער, ווי שווער ס'איז וועט ער קריגן אויף צוריק מער! אז מען טוט למעלה מדרך הטבע העלפט דער אייבערשטער למעלה מדרך הטבע!
איינער וואס איז שווער, פארקערט, דארף ער פילן אז ס'איז נאך שטארקער די זכיה. דער אייבערשטער זאל העלפן, ווייל דער רבי האט דאך געזאגט אז ער בלייבט נישט שולדיג. דער אייבערשטער זאל העלפן, הלואי מען זאל נאר זוכה זיין צו האבן א חלק.
שמעו ותחי נפשכם:
* * *
פריידיגע אפדעיטס • אנשי שלומינו חסידי ברסלב אינאיינעם; אונזער "שותפות" מיט די תיקונים פון הייליגן רבי'ן
· ריזיגער קאמפיין "אַיְינְגִיבַּאקְן בַּיי מִיר אִין הַארְצְן" שפרייט זיך אויס מיט אויסטערלישע אינטערעסע צווישן אנשי שלומינו אומעטום וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל, מאנסי, לעיקוואוד.
· בתי מדרשים דחסידי ברסלב אומעטום ווערן אויסגעהאנגען מיט פאסיגע פלאקאטן לקראת שב"ק העעל"ט, צו ערוועקן די הערצער איבער אונזער "חובת השעה" צו שליסן א שותפות מיט די החזקה וקיום הציון הק'. ווייל: פאר'ן רבי'נס ציון געבן מיר אונזער גאנצע הארץ"!
· אנשי שלומינו אין קרית יואל לעבן מיט דערהויבענעם שבת אינאיינעם מיט הרב נתן בן נון שליט"א, משב"ק בית ציון רבינו הק'.
· דער חשוב'ער אורח האט געדאווענט אלע תפלות אין בית מדרשינו מעיינות הנחל, וואו דער ציבור האט זיך באקאנט געמאכט און געגעבן שלום פאר אזא איד, שפירנדיג פאר א זכי' צו האבן צוגאסט "דעם רבי'נס שמש" בכל ימות השנה.
· האורח הדגול, הרה"ח מוה"ר ר' נחמן צבי געווירץ שליט"א, שליח נאמן פון זקני אנ"ש שליט"א, ווערט אנטפאנגען בכבוד הראוי צווישן אנ"ש אין וויליאמסבורג.
· גבאי ביהמ"ד פארבעטן דעם חשוב'ן אורח צו אויפטרעטן מיט ווארימע ווערטער און איבערגעבן פערזענליכע שליחות הקודש וואס זקני אנ"ש האבן ארויפגעלייגט אויף לטובת בית ציונו הק' פון הייליגן רבי'ן.
· הרה"ח ר' נחמן צבי געווירץ שליט"א דאווענט ליל שב"ק אין בית מדרשינו לי עוו. וואו חשובי אנשי שלומינו באגריסן און נעמען אים אויף מיט א געוואלדיגע חביבות יתירה כראוי
· ברייטע "אסיפת עסקנים" דורך עסקני אנשי שלומינו מכל רחבי ניו יארק, ווערט אפגעראכטן היינט זונטאג אין די אווענט שטונדן, לטכס עצה וויאזוי צו ערמעגליכן די מאקסימום הצלחה פאר דעם קריטישן מגבית הצלה למען הציון הק'.
כתבות קשורות: