חדשות ברסלב • ליקוטי הלכות – כלאי בהמה הלכה ד' – צוגעלייגט מיט א ביאור אין אידיש אויף די ליכטיגע עבודה פון די חנוכה טעג | אראפ צו נעמען:
- כתבות קשורות:
- התורה הזמנית • 'חברותא' על תורה ב' תניינא "ימי חנוכה" |↓
תמימי דרך • קונטרס 'ימי חנוכה' על תורה ב' תנינא |↓
חנוכה • 'שיחות הר"ן' לחג החנוכה |↓
הנח והזך • מחלקים 'הדלקת נר חנוכה ברסלב' |↓
'דורשי יחודך' • הופיע קונטרס כ"ד לימי החנוכה |↓
יְמֵי חֲנֻכָּה • עניני הדלקת נר חנוכה על פי ה'ליקוטי הלכות'
די ליכטיגע עבודה פון די חנוכה טעג – יעדער איד, אין יעדן פלאץ און מצב: דאנק און לויב דעם אויבערשטן דער וועג דערין, איר וויכטיגקייט, חיזוק דערויף און אלעס ארום ארויסגענומען פון הרה"ק רבי נתן מברסלב (מוהרנ"ת) זיע"א אין ספה"ק ליקוטי הלכות – כלאי בהמה הלכה ד' – צוגעלייגט א ביאור אין אידיש – אריינגעפלאכטן אין זיין הייליג לשון הקדמות און סיכומים צווישן די שטיקלעך, און נאך.
יוצא לאור עולם ע"י מכון הוצאת הספרים 'אור הנחל' ברוקלין נ.י.
דער מהלך פונעם ספר 'ליקוטי הלכות' איז, אז ער בינדט צוזאם 'נגלה' מיט 'נסתר', ער נעמט א טרוקענע הלכה אין שולחן ערוך, און ער שטעלט עס צוזאם מיט א תורה אין ליקוטי מוהר"ן, וואס דורכדעם דערהערט מען א פנימיות'דיגן דערהער אין דער הלכה, און פון דארט נעמט ער ארויס א געדאנק וועלכע איז נוגע למעשה אין עבודת ה', און ער שטעלט עס צוזאם מיט דער סדרה פון דער וואך אדער מיט דעם יום טוב – וועלכע איז דעמאלט אויסגעפאלן, בשעת ווען ער האט געזאגט יענע הלכה.
די דאזיגע הלכה איז געזאגט געווארן אין פרשת וישלח – וועלכע פאלט הארט בעפאר די טעג פון חנוכה, און עס באציהט זיך צו דער הלכה אין שולחן ערוך יורה דעה (רצז, י): "אסור לעשות מלאכה בשני מינין, כגון לחרוש ולמשוך בקרון וכיוצא בזה, בין שאחד טמא ואחד טהור, בין ששניהם טמאים, בין ששניהם טהורים, בין בהמה עם בהמה כחזיר עם הכבש, או חיה עם חיה כיחמור עם הפיל, או חיה עם בהמה ככלב עם העז , או צבי עם החזיר וכיוצא בהן" – מען טאר נישט ארבעטן מיט צוויי סארטן בהמות ; ווי צום ביישפיל, אקערן מיט זיי אדער זיי איינשפאנען צו איין וואגן און דאס גלייכן – נישט קיין חילוק צווישן טהור'ע אדער טמא'נע מינים, און נישט קיין חילוק צווישן 'חיות' אדער 'בהמות'.
לקריאה להורדה ולהדפסה • ☜ הקש כאן