חדשות

אַיְינְגִיבַּאקְן • וואונדערליכע ווערטער פון הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א • צפו

צייטליכע און פריידיגע אפדעיטס אלעס ארום דעם גרויסארטיגן קאַמפיין "אַיְינְגִיבַּאקְן בַּיי מִיר אִין הַארְצְן":

קרדיט: גנזי ברסלב נייעס

די אומגלויבליכע זכי' – "שליחו של אדם כמותו"! הערט די וואונדערליכע ווערטער פון הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א מגדולי זקני אנ"ש


"ער האט זוכה געווען אז ער איז א שליח פון רבי'ן, עס איז שווער ארויסצוליינען די ווערטער, שלוחו של אדם כמותו, אבער ס'איז דא אזא מושג! שלוחו של אדם כמותו! ס'איז א געוואלדיגע זכיה, שלוחו של אדם כמותו אזוי ווי די משלח. ער איז א שליח פון רבי'ן!

ס'שטייט דאך א צדיק אלע השפעות קומט פון צדיק, איז ער שטייט דאך ביים מקור, קומען טאקע די אלע השפעות זאל אנקומען צו אים בשלימות, און פאר די אלע וואס העלפן פארשטייט זיך. א שליח פון א שליח איז אויך א שליח!

ש. : ס'איז דא מענטשן וואס ס'איז שווער, זיי מוטשען זיך מיט געלט

הגה"צ רבי משה שליט"א: איז דאך נאך חשוב'ער, איז דאך נאך גרעסער, ווי שווער ס'איז וועט ער קריגן אויף צוריק מער! אז מען טוט למעלה מדרך הטבע העלפט דער אייבערשטער למעלה מדרך הטבע!

 איינער וואס איז שווער, פארקערט, דארף ער פילן אז ס'איז נאך שטארקער די זכיה. דער אייבערשטער זאל העלפן, ווייל דער רבי האט דאך געזאגט אז ער בלייבט נישט שולדיג. דער אייבערשטער זאל העלפן, הלואי מען זאל נאר זוכה זיין צו האבן א חלק.

שמעו ותחי נפשכם:

* * *

פריידיגע אפדעיטס • אנשי שלומינו חסידי ברסלב אינאיינעם;  אונזער "שותפות" מיט די תיקונים פון הייליגן רבי'ן

·        ריזיגער קאמפיין "אַיְינְגִיבַּאקְן בַּיי מִיר אִין הַארְצְן" שפרייט זיך אויס מיט אויסטערלישע אינטערעסע צווישן אנשי שלומינו אומעטום וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל, מאנסי, לעיקוואוד.

·        בתי מדרשים דחסידי ברסלב אומעטום ווערן אויסגעהאנגען מיט פאסיגע פלאקאטן לקראת שב"ק העעל"ט, צו ערוועקן די הערצער איבער אונזער "חובת השעה" צו שליסן א שותפות מיט די החזקה וקיום הציון הק'. ווייל: פאר'ן רבי'נס ציון געבן מיר אונזער גאנצע הארץ"!

·        אנשי שלומינו אין קרית יואל לעבן מיט דערהויבענעם שבת אינאיינעם מיט הרב נתן בן נון שליט"א, משב"ק בית ציון רבינו הק'.

·        דער חשוב'ער אורח האט געדאווענט אלע תפלות אין בית מדרשינו מעיינות הנחל, וואו דער ציבור האט זיך באקאנט געמאכט און געגעבן שלום פאר אזא איד, שפירנדיג פאר א זכי' צו האבן צוגאסט "דעם רבי'נס שמש" בכל ימות השנה.

·        האורח הדגול, הרה"ח מוה"ר ר' נחמן צבי געווירץ שליט"א, שליח נאמן פון זקני אנ"ש שליט"א, ווערט אנטפאנגען בכבוד הראוי צווישן אנ"ש אין וויליאמסבורג.

·        גבאי ביהמ"ד פארבעטן דעם חשוב'ן אורח צו אויפטרעטן מיט ווארימע ווערטער און איבערגעבן פערזענליכע שליחות הקודש וואס זקני אנ"ש האבן ארויפגעלייגט אויף לטובת בית ציונו הק' פון הייליגן רבי'ן.

·        הרה"ח ר' נחמן צבי געווירץ שליט"א דאווענט ליל שב"ק אין בית מדרשינו לי עוו. וואו חשובי אנשי שלומינו באגריסן און נעמען אים אויף מיט א געוואלדיגע חביבות יתירה כראוי

·        ברייטע "אסיפת עסקנים" דורך עסקני אנשי שלומינו מכל רחבי ניו יארק, ווערט אפגעראכטן היינט זונטאג אין די אווענט שטונדן, לטכס עצה וויאזוי צו ערמעגליכן די מאקסימום הצלחה פאר דעם קריטישן מגבית הצלה למען הציון הק'.




כתבות קשורות:

ברסלב נייעס

Recent Posts

ארה"ב • 'שבת להתחדש' לכלל אנ"ש במחנה גרין היללס | ◄

חדשות ברסלב • כלל אנ"ש חסידי ברסלב בני ארה"ב וקנדה ערכו שבת התאחדות והתעלות מופלאה…

8 שעות ago

קרן אור • 'שבת התאחדות' לבחורי הישיבה בהרי יהודה

חדשות ברסלב • בחורי ישיבת ברסלב של קהילת חסידי ברסלב שע"י מוסדות 'קרן אור' ערכו…

12 שעות ago

קופת החסד דחסידי ברסלב מחלקת כרטיסי בשר לילדים | ◄

חדשות ברסלב • לאור התחלת מבצע חלוקת כרטיסי בשר לאלפי ילדים מאנ"ש מידי שבוע ע"י…

13 שעות ago

הופיע קונטרס ‘טעם זקנים’ בלשון הקודש גיליון ס"ב |♪

חדשות ברסלב • הופיע ויצא לאור קונטרס ‘טעם זקנים’ בלשון הקודש משיעוריו של הגה"ח רבי…

14 שעות ago

משנכנס אדר: מהדורה חדשה של 'מועדי ישראל לפורים'

עולם ההפצה • פורים אין לאנד!!! יצא לאור עולם מהדורה חדשה של הספרים הנפלאים "מועדי ישראל -…

15 שעות ago

תורה ד' תניינא "וְאֶת הָעֹרְבִים": שיעור מפי הגר"ש טייכנר #02 |♪

תורה ד' תניינא "וְאֶת הָעֹרְבִים צִוִּיתִי לְכַלְכֶּלְךָ" • האזינו לשיעורו הנפלא של הגה"ח רבי שמעון טייכנר…

15 שעות ago