גראמען מעוררים בליווי ניגון מרגש שיצא לאור במיוחד לקראת הדינר לביסוס 'ישיבת מתיבתא ברסלב' תחת השם 'מתיבתא ברסלב שיינער בריליאנט' | צפו:
גראמען מעוררים בליווי ניגון מרגש בשפת האידיש שיצא לאור במיוחד לקראת הדינר לביסוס 'ישיבת מתיבתא ברסלב' תחת השם 'מתיבתא ברסלב שיינער בריליאנט' | צפו:
- כתבות קשורות:
- על טעות לא חוזרים פעמיים!! מאת הסופר ר' דוד דגן |
- מעמד ההיסטורי: קרוב לאלף ברסלב'ר חסידים בראשות זקני אנ"ש |
- ראיון מיוחד עם ר' פנחס קנפלמכר מנהל הישיבה |
- אמרו לו: לא! רק בגלל שהוא ברסלבר ||| הכונו!
- פה אחד הם אמרו לא! ||| הכונו!
שמעו ותחי נפשכם:
המילים של השיר המרגש:
אין די הייליגע לאנד, א שיינער בריליאנט, אין ירושלים עיה"ק איז יעדן באקאנט.
א מתיבתא איז פאראן, אויפן נאמען פון רבי'ן מוהר"ן, העכער הונדערט בחורים מיטן ברסלבער פלאם
זיצט אין ישיבה א בחור א העלד, לערנט און דאוונט און לויפט אויך אין פעלד, מיט קדושה און טהרה און יראת השם, נאר תורה און תפילה נישטא מער פון דעם.
אויס ניצן טוט ער, דאך יעדע מינוט, אריין כאפן זוכט ער, נאר וואו עפעס גוט, ירושלימער פשטות און פייערדיגן קאך, איידל און ערלאך דער שמן זית זך.
וייל נישט אין נארישע גליקן, דארט טרעפט ער זיין פלאץ, ער טוט אויף זיי קיינמאל נישט בליקן, עס ציט נישט זיין הארץ, ער ביינקט צום באשעפער פון עם נאר ער טראכט, עם דינען בייטאג און ביינאכט, ער בענקט צו די פעלדער און וועלדער ארום, צום אייבערשטן גיט ער א ברום.
אוי אמר רבא, אמר רב פפא, העלף מיר באשעפער באלייכט מיר אצינד, והאר עינינו, עס שרייט דיר דיין קינד, אוי הצילנו, פון אלע זינד.
נאך א גאנצן טאג געהארוועט, מעריב געדאוונט שוין, שפירט ער אז דער גוף ער פאדערט, על הארץ ועל המזון, ער זעצט זיך ביי דער שמאלער טיש , קיין מעדני עולם איז נישטא… א כזית א כביצה אמאל דאס אויך נישט, מ'עסט מ'בענטש ווייל דאס וואס ס'איז דא…
פרישטיג מיטאג נאכטמאל אדער יא אדער ניין… פאר יעדן בחור א ביסל מילאך איין מאל, כאטש איין גלעזל קאווע און שיין… א מלחמת חרמה אויס גירופן, אויף יעדן מותרות דארט אבער זארגט נישט, ווייל עס קומט נישט, קיין מאל קיין מותרות אויף דעם ארט… לייפט ארום דער ראש ישיבה נאך געלט, אין אלע עקן פון דער וועלט, אבער אין הקומץ משביע ס'פעלט, ווייל אלץ פאר די שכירות ווערט צוגעשטעלט…
אבער אויך וואו מען לערנט אין'ם קליינטשיקן היכל , קיין פלאץ זיך צו רירן איז נישטא, פשוט ווייל אוואו נאר א ווינקל, נאך דריי סטענדער'ס אריין גישטופט דא.
אין זומעריגע היצן, צושטופט טוט מען זיצן, א קול תורה מיט א קאך, ווינטער בליצן, רעגנ'ס שפריצן, ביי דעם סטענדער ווארימט מען זיך דאך.
אבער טיף אין הארצן, טוט מען קרעכצן, בראותי כל עיר על תילה.
און דעם רעבינ'ס ישיבה, אין א געדונגענע חורבה, און קמח לתורה איז אויך נישטא.
התעוררי התעוררי, אוי כי בא אורך קומי אורי: ברסלב!
עס קומען נייע צייטן אויף דער וועלט!
פול מיט כח, פול מיט מח, וועלן מיר די קאפ אויפהייבן: ברסלב!!!
און אפ שאפן בעזר ה' דאס געלט
מיר וועלן ברענגען וואפן מיט ציגל, א מתיבתא וועט זיך בוען, ברסלב!!!
א אייגינער בנין פעסט אוועק גישטעלט.
האסטו א געפיל צום רבי'ן, אוודאי אויב דו ביסט א חסיד, ברסלב!
נעם א חלק צו בויען דעם הייליגן געצעלט!