חדשות

'הפצה': נעם דיין חלק אין מקיים זיין רצונו של צדיק פארשפרייטן זיין ליכטיגקייט

מאסיווע אפעראציע דורך 'ספרי ברסלב בארה"ב' גייט אן אין פולן שוואונג, פארמערנדיג אירע פעולות דורך פילע נייע פראיעקטן:

כלל אנ"ש ווייזן ארויס ווארעמקייט אין די טעג פון הילולת גאון עוזינו מוהרנ"ת דורכן זיך אנשליסן אינעם גרויסארטיגן 'הפצה פושקע פראיעקט', צו נעמען א טייל אין די פילע פעולות

ספרי ברסלב בארה"ב' ארבעט פיבערהאפטיג און אינוועסטירט שווערע כוחות און אומגעהויערע סומעס אהערצושטעלן 'זייער אגענדע' איבערן אמעריקאנעם באדן, נעמליך צו פארזיכערן דעם 'איבעראל און אלעמאל', אז יעדער איינער אין אמעריקע וואס זוכט זיך איינצוהאנדלן סיי וועלכע פון די הייליגע ספרי רבינו ותלמידיו זצ"ל, זאל עס האבן צום האנט, פאר א צוגענגליכער פרייז.

דער וועד האט אין די לעצטע תקופה געשלאגן ווארצלן מיט ווייטגרייכנדע פעולות, ווען זיי האבן אנגעהויבן אריינברענגען די ספרים מעבר לים אויף א פיל גרעסערן פארנעם ווי ביז היינט, און האבן זיך שוין פארזיכערט מיט פילע געשעפטן איבער גרעיטער ניו יארק וועלכע האבן אנגעהויבן פארקויפן ספרי ברסלב אין זייערע לאקאלע געשעפטן, להנאת די טויזענטער אידן וואס זוכן צו קויפן די ספרים.

עס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם אז ביז היינט צוטאגס איז כמעט נישט געווען בנמצא די הייליגע ספרים אין די מערהייט פון ספרים געשעפטן איבער אמעריקע, און דער עיקר סיבה דערצו איז געווען אלס דער פשוט'ער פאקטאר אז עס איז קיינמאל נישט געווען געהעריג ארגאנאזירט און אוועקגעשטעלט א געבויטע און שטאנדהאפטיגע סיסטעם וויאזוי צו דיסטריביוטען און פארשפרייטן ספרי רבינו. אט דא האט 'ספרי ברסלב בארה"ב' אונטערגענומען די מאסיווע אפעראציע און אינוועסטירט דמים תרתי משמע אריינצוברענגען די אלע ספרים אויף א ברייטן פארנעם, און אויסהאמערן דיעלס מיט די לאקאלע דיסטריביוטערס און געשעפטן צו סערווירן די טויזענטער אידן וואס דורשטן און לעכצן צו לערנען דעם רבי'נס ספרים.

אין דער זעלבער צייט פארפיגט 'ספרי ברסלב בארה"ב' אויף פארשידנארטיגע פראיעקטן, מיטן ציל צו פאראייביגן דעם ציל-ברעט פון 'איבעראל און אלעמאל', ווי לדוגמא וועכנטליכע סעילס אויף אויסגעקליבענע ספרים, צו פארגרינגערן פאר אידן מעטי היכולות אז זיי זאלן אויך קענען געניסן פונעם רבי'נס עצות, און אזוי אויך מיטן באקאנטן 'הפצה ווען' וועלכע פארט ארום ביי גרעסערע מאורעות – א שטייגער ווי ביי גרויסע יארצייטן פון די צדיקים וועלכע ליגן אין די בתי חיים אין אמעריקא – ארויסשטעלנדיג גרויסע טישן מיט הונדערטער ספרים צו מזכה זיין את הרבים.

פארשינדארטיגע פלערנער וועבן זיך ביי די וועד פון 'ספרי ברסלב' פארן צוקונפט, וויאזוי צו פארבעסערן און נאך פיל מער פארשענערן דעם רבי'נס וועג, אבער… דא קומט דער גרויסער אבער…

ווי פארשטענדליך ציען די גרויסע פראיעקטן אריין אין ריזיגע קאסטן, וועלכע איז נישט מעגליך צו דעקן פון די קארגע איינקופט וואס קומט אריין פונעם פארקויפן די ספרים זעלבסט, און דעריבער קומען מיר יעצט ארויס מיט א ווענדונג צו כלל אנשי שלומינו, ארויסצואווייזן ברייטע שטיצע דורך דעם פשוט'ן און גרינגען אופן פון אפנעמען א פושקע פון איינס פון די פילע צענטערן, ווי די געטרייע גבאי קודש ווארטן אייך צו אנטפאנגן און אייך איבערגעבן דעם הייליגן 'הפצה פושקע'.

עס דארף נישט ארויסגעברענגט ווערן דאס ווארעמקייט וואס יעדער ברסלב'ער חסיד פארמאגט צום ענין פון הפצה, און איבערהויפט יעצט שטייענדיג ארום דעם הילולא קדישא פונעם גרויסן נשר הגדול, גאון עוזינו רבי נתן זצוקללה"ה, וועלכער האט אונז איבערגעלאזט מיט א צואה, זאגנדיג "איך האף אז איין בלעטיל פון ספרי רבנו וועט זיין א תקון אויף אלדינג. נוא זאג איך אייך אן אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן דיא ספרים, סע זאל זיין יפוצו מעינותיך חוצה, איהר זאלט זיין שטארק מיט געלט און מיט רצון און מיט טרחא".

עס איז נישט מער ווי פאסיג אריינצונעמען אין שטוב דעם 'כלי מחזיק את הברכה', און מקדיש זיין א פרוטה לצדקה אין סיי וועלכער געלעגנהייט פאר די הייליגע צוועק פון באשיינען דעם רבי'נס זאך אויפן וועלט, און דערמיט וועט איר זיך זעלבסט ארויסהעלפן ווען איר וועט ערמעגליכן פאר 'ספרי ברסלב בארה"ב' אייך ווייטער צו קענען סערווירן אויף א גאלדענע טאץ און פארזיכערן אז סיי וועלכער ברסלב'ער ספר איר זוכט צו באקומען, זאל אייך שטענדיג זיין צום האנט.

גבאי הפצה-פושקעס

מאנסי: הר"ר יוסף מענדל הוס –  1845.200.0443 | קרית יואל: הר"ר יואל סאנדל – 1845.213.5297 | וויליאמסבורג: ר"ר זכרי' שווארץ – 1718.290.3495 | בארא פארק: הר"ר דוד שווארץ – 1718.781.5951 | לעיקוואוד: הר"ר בצלאל גורעליק – 1845.807.2783 |

ברסלב נייעס

Recent Posts

חנוכה • סדר 'הדלקת נר חנוכה ברסלב' להורדה|↓

מנהגי ברסלב • הקונטרס המפואר 'סדר הדלקת נר חנוכה ברסלב' הכולל בתוכו; שיחות, ליקוטי הלכות,…

19 שעות ago

חנוכה • 'ומנותר קנקנים' מהדיסק 'א טעם אין חנוכה' |♫

עולם הנגינה • לקראת ימי החנוכה: השיר של אנ"ש החודר לתוככי הלב על הצילים "וּמִנּוֹתַר…

20 שעות ago

חנוכה • רבי אפרים קעניג עם שיעור הכנה לחנוכה |♪

שיעורי המועדים • לפניכם שיעור מפי הגה"ח רבי אפרים קעניג שליט"א הכנה לימי החנוכה: איך…

20 שעות ago

שבת חנוכה תשפ"ה • איחוד ברסלב עם המידע החיוני לדרכים |↓

חדשות קיבוץ שבת חנוכה תשפ"ה באומן • לרווחת ציבור הנוסעים לאומן 'איחוד ברסלב' עם מידע הנחוץ…

2 ימים ago

היכלא • הגר"ש טייכנר מסר שיעור הכנה לחנוכה |♪

חדשות ברסלב • מרכז השיעורים 'היכלא' ערכו כינוס הכנה לימי החנוכה ב'שוהל' שבירושלים עם שיעור…

2 ימים ago

'אוֹר הָאוֹרוֹת' • קונטרס המפתח לימי החנוכה |↓

עולם ההפצה • הקונטרס הנפלא 'המפתח' של מכון 'אור האורות' עם עניינים מנהגים הלכות והנהגות…

2 ימים ago