דאס יאר תש"פ וועט בלי ספק איינגעקריצט ווערן אין די גלארייכע דברי הימים פון "ברסלב" אלס איינס פון די שווערסטע יארן, בנוגע דעם הייליגן ציון אין אומאן, אשר שם לבבינו שואף זורח.
ענדע ווינטער האט אויסגעבראכן די ביטערע מגיפה איבער דער וועלט, און אין רעזולטאט זענען אפגעשפארט געווארן די גרעניצן צווישן אלע לענדער. דורכאויס עטליכע חדשים איז דער הייליגער ציון פאקטיש געווען פארשלאסן פאר אידן איבער דער וועלט אינדרויסן פון אוקריינא.
אבער אצינד, זענען די אויגן פון צענדליגער טויזנטער אנשי שלומינו, געוואנדן צום הימל מיט טיפע געגועים וכיסופים, ווען דאס הארץ בענקט צום קוואל, מיט די גרויסע זארג: "וואס וועט זיין מיט'ן קיבוץ הקדוש אין אומאן ראש השנה? וועט מען בכלל קענען פארן ? וועלן די אוקריינער ערלויבן דעם קיבוץ פון אזויפיל טויזנטער אידן ?".
און מיט יעדן פארבייגענדן טאג וואס דער צוקונפט איז נישט קלאר און דער ספק שטארקט זיך, וואקסן די כיסופי קודש, און דערמיט קומט מיט די תפלות, די טרערן און די רצונות: אוי, רבונו של עולם, געב אונז די זכי' צו זיין אויף ראש השנה ביים הייליגן ציון, העלף אז עס זאל ח"ו נישט צעשטערט ווערן דער קיבוץ הק', וואס די קיום כל העולם כולו און די גאולה שלימה איז תלוי דערינען!
אינאיינעם מיט די חששות און די תפלות, אין א צייט וואס די וועלט וואקלט זיך און טוישט זיך פון איין מינוט צו דער אנדערער, האבן זקני וגדולי אנ"ש נישט געריעט אויף קיין רגע. שוין אין אנהויב פון דעם זומער האבן זיי זיך געוואנדן צו די איבערגעגעבענע עסקנים, וועלכע זענען עוסק מיט אלע עניני אומאן און דעם קיבוץ הק', זיך צו אריינווארפן אין די הייליגע שליחות, און טון אלעס אויף דער וועלט אז אויך דאס יאר זאל פארקומען דער קיבוץ הק' אין אומאן.
אסאך, גאר אסאך כוואליעס און שוועריגקייטן, איז זינט דאן פאראיבער אויף די עוסקים במלאכת הקודש. עס זענען פאקטיש געווען טעג ווען עס האט זיך געקענט דוכטן אז ס'איז שוין נישטא קיין האפענונג ח"ו. עס האט אויסגעקוקט ווי עס איז נישט פארהאן קיין מציאות אויף דער וועלט אז דער קיבוץ ראש השנה זאל קענען צושטאנד קומען.
אבער די ערלויבעניש ווערט בלויז געגעבן מיט א תנאי פון מערערע פארלאנגען, וואס נאר אויב מיר וועלן דאס צושטעלן וועט ערמעגליכט ווערן דער קיבוץ!
די קריטיש וויכטיגע פעולות ציעט אריין אין אסטראנאמישע סכומים, וואס די געטרייע ארגאניזאציעס האבן נישט קיין וועג וויאזוי דאס צו שאפן – אָן אייער הארציגע הילף!
דער הייליגער רבי שטייט און בעט זיך:
נעמט א חלק אין "מיין ראש השנה", שליסט אייך אן מיט אייער תרומת הקודש למען קיום הקיבוץ הק'!
דרוקט דאָ צו איבערגעבן אייער הארציגע תרומת הקודש
וועלכע דארפן אויסגעצאלט ווערן אין די נאנטע טעג צו פארזיכערן דעם רבי'נס ראש השנה אין דעם יעצטיגן צושטאנד
ווענטעלעיטער מאשינען – דורך מרפאת אומן – געקויפט 3 פרישע מאשינען וואס וועט ספעציעל געברענגט ווערן פון אמעריקע – 180,000$
פאליציי – דורך איחוד ברסלב – די רעגירונג פארלאנגט נאך 550 פאליציאנטן ביי דעם שטח ארום דעם ציון – 46,000$
העלטה קעיר אפיס – דורך איחוד ברסלב – אן אפיציעלע אפיס וואס איז באשטעטיגט געווארן און וועט ווערן באגלייט דורך די אוקריינער העלטה מיניסטעריום – 45,000$
לעגאלע הילף – דורך איחוד ברסלב – לעגאלע הילף און דיפלאמאטישע באמיאונגען צו פארהאנדלען מיט די אינסטאנצן אין אוקריינא ביז נאך ראש השנה – 30,000$
מעדיצינישע עקוויפמענטס דורך מרפאת אומן – מעדיצינען, מעדיצינישע קליידונג און היגיענע, אקסעזשין טאנקן, מאניטערס, זיכערהייט עקוויפמענט פאר דאקטורים, שפיטאל בעטן. – $ 52,910
העלטה עקספערטן דורך מרפאת אומן – א פראפעסיאנאלע "טיעם" פון העלטה עקספערטן וועלכע צייכענען זיך אויס צו באהאנדלען דעם "קארונא וויירוס" – $ 35,000
דאקטורים קווארענטין דורך מרפאת אומן – באצאלן פאר דאקטורים די צוויי וואכן וואס זיי וועלן מוזן זיין קווארענטיט צוריקומענדיג קיין ארץ ישראל נאך ראש השנה. – $ 15,000
"קאראונע קליניק" דורך מרפאת אומן – אפדינגען א ספעציעלע לאקאל און דאס איינרישן אלס א "קאראונע קליניק", אריינגערעכנט אלע מעדיצינישע און קאמיוניקאציע עקוויפמענטס – $ 19,000
"קאראונא טעסטס" דורך מרפאת אומן – $ 12,800
אמבולאנסן דורך מרפאת אומן – אָפּדינגען אמבולאנסן פאר די טעג פון ראש השנה – $ 6,800
איזאלאציע שטיבער דורך איחוד ברסלב – די רעגירונג פארלאנגט צו ארויסדינגען א ספעציעלע בנין געאייגנט פאר מענטשן וואס דארפן זיין קוואראנטירט נאכ'ן טעסטן פאזיטיוו – $ 15,000
-~-~-~-~-~-~-~–
הרה“ח רבי יעקב מאיר שעכטער שליט“א – הרה“ח רבי שמואל משה קרעמער שליט“א – הרה“ח רבי שמעון שפירא שליט“א
בעזהי"ת, נאך די פעולות חובקות עולם פון דעם "איגוד הפועל", האבן די אינסטאנצן אין אוקריינא מסכים געווען צו דעם קיום פון דעם קיבוץ הקדוש, אבער זיי האבן געשטעלט בעפאר דעם א רייע פון תנאים און פארלאנגען (אין באצוג צו געזונטהייט אד"ג), וואס וועט אפקאסטן א 'הון רב' פון נאנט צו א האלב מיליאן דאללער, וואס אָן דעם וועלן זיי בשום אופן נישט ערלויבן דעם קיום פון דעם קיבוץ.
נאכדעם וואס מיר האבן געזען אז זייערע רייד זענען קלאר און קראנט, קומען מיר מיט א "קריאה של מצוה" צו יעדן וואס דעם ענין פון רבינו הק' ברענט אין זיין הארץ: עורי והתעוררו, שטעלט זיך צו דער רעכטער זייט פון דעם רבי'נס קיבוץ, אז די משטינים זאלן חלילה נישט קענען שטערן און אפהאלטן דעם קיום הקיבוץ הקדוש הבעל"ט.
דעריבער האבן מיר באשטימט אז יעדער איינער זאל זיך משתתף זיין מיט לכה"פ 148 ₪
פאר'ן קיום פון דעם קיבוץ הקדוש פון דאס יאר, וכל המוסיף מוסיפים לו מן השמים.
געדענקט זיינע הייליגע ווערטער "ביי דעם וואס איך נעם, דעם געב איך". (שיחות הר"ן ק"א)
כדי דער קיבוץ זאל קענען פארקומען על מי מנוחות אן קיין שטערונגען און עיכובים אי"ה, איז דאס א חוב קודש ביי יעדן וואס רביה"ק זי"ע איז טייער אין זיין הארץ.
דאס זעלבע ליגט א פליכט אויף אונז אז יעדער זאל זיין פון די געבן און אזוי אויך צו ביישטייערן אנדערע פאר דעם דבר נשגב, זיך צו קענען געפינען ראש השנה אין דעם הייליגן פלאץ וואו ער ליגט באהאלטן, אין דער שטאט אומאן יע"א, דער שטאט וואס ער האט אויסגעוועלט דארט צו נסתלק ווערן און דארט ווייטער עוסק זיין מיט זיינע מורא'דיגע תיקונים.
איחוד ברסלב – מרפאת אומאן:
"אלס רעזולטאט פון דעם "קאראונא" קריזיס, זענען צוגעקומען צו די געווענליכע הוצאות וואס קאסט אפ יעדעס יאר דער קיבוץ אין אומאן, פרישע ריזיגע הוצאות, וואס זענען ארויפגעשטעלט געווארן דורך די באאמטע אין אוקריינא, אלס א שטייפע פארלאנג, וואס בלויז אויב מיר וועלן דאס צושטעלן וועלן זיי ערלויבן דעם קיום הקיבוץ הק'.
נאָכמער. די אינסטאנצן האבן געלאזט הערן זייער קלאר, אז דער לעצטער דאטום זיי צו איבערגעבן דאס געלט, צו דעקן די אלע אויסגאבן, איז דעם קומענדיגן ח' אלול (28.08 למספרם). און אויב דאס געלט וועט נישט אנקומען צו דער באשטימטער צייט, איז דער גאנצער ערלויבעניש אין א באשיינפערליכער סכנה!!
טייערע אנשי שלומינו, דעם רבי'נס ראש השנה איז תלוי אין אייך!
מיר זענען פארזיכערט אז דאס יאר, ווען מען זעהט וויפיל אנשי שלומינו בענקן און זענען משתוקק און מתפלל פאר'ן רבי'נס ראש השנה, וועלן זיי טאקע אלע נעמען א חלק כחלק אויך אין די פראקטישע הכנות, צו מוציא זיין מכח אל הפועל דעם רבי'נס ראש השנה.
הארציגע רוף דורך די רבנים "הנאמנים" שליט"א, וועלכע זענען נתמנה געווארן בשליחות זקני אנ"ש שליט"א צו שטיין אין שפיץ פון די פעולות למען הקיבוץ הק' שנת תשפ"א לפ"ק
מיר שטיין אין א קריטישע צייט פון פארהער, מיר שטיין אין א צייט ווען מיר געפינען זיך בעפאר די שווערע און גרויסע פראגע: זענען מיר טאקע גרייט צו אלעס פאר'ן הייליגן רבי'ן, אדער חלילה…
נאכדעם וואס מיר זענען געבעטן געווארן דורך די רבנים זיך צו אריינלייגן בעובי הקורה, און נאכדעם וואס מיר האבן זיך איבערצייגט אז דאס זענען טאקע די סכומים וועלכע פאדערן זיך צו קענען נאכקומען די תנאים וואס די אוקריינישע אינסטאנצן פארלאנגען כדי צו ערמעגליכן דעם קיבוץ הק', און אויפ'ן רוף פון די רבנים, זקני אנשי שלומינו שליט"א, אז יעדער זאל זיך אנשליסן צו דעקן די גרויסע הוצאות מיט לכה"פ 100 $ לבני חוץ לארץ, צו געבן זיין חלק פאר'ן קיום פון דעם קיבוץ הק'.
טייערע אנשי שלומינו: דער הייליגער רבי שטייט און קוקט ארויס צו זעהן, וויפיל זענען מיר גרייט צו טון פאר זיין ראש השנה!
דאס יאר, איז דער עצם קיום פון דעם גאנצן קיבוץ, אנגעוויזן אויף אייך!
ס'איז אונז קלאר אז יעדער פון אנשי שלומינו האט יעצט גרויסע הוצאות פאר די נסיעה, אין ליכט פון די "קאראונע" אומשטענדן, אבער אייער השתתפות מיט דעם סכום וואס איז באשטימט געווארן דורך די רבני אנ"ש, צוזאמען מיט'ן גאנצן ציבור, דאס וועט פאקטיש ערמעגליכן דעם עצם קיום פון דעם קיבוץ! וכל המוסיף הרי זה משובח.
בעזרת השי"ת און מיט דער כח פון אנ"ש היקרים, וועלכע פאראייניגן זיך מיט אן אהבה למען רבינו הק', וואס האט געזאגט: "עס איז ראוי די וועלט זאל זיך וואונדערן אויף די אהבה צווישן אייך", וועלן מיר זוכה זיין אז אויך דאס יאר זאל אויסגעפירט ווערן דעם רבי'נס רצון און עס זאל פארקומען דער קיבוץ הק' אויף זיין הייליגן ציון.
ס'איז נישט קיין ספק אז דער הייליגער רבי קוקט אויף יעדן פון אנ"ש, צו זעהן ווי ווייט ער איז זיך מוסר נפש פאר זיינעט וועגן, מיט זיין פערזענליכע השתתפות אין דעם קאמפיין צו ראטעווען דעם קיבוץ, און מיט'ן משפיע זיין אויף חברים וידידים אז אויך זיי זאלן זיך משתתף זיין אין דעם "מגבית הצלה".
דורכאויס די גאנצע צייט פון דעם קאמפיין וועלן בעז"ה דאס נאכגיין און באגלייטן, ביז דאס געלט וועט אנקומען צו די ענדגילטיגע מטרה און תכלית.
למען ציונו הק’ לא נחשה!
אליהו עטיה בצלאל פרידמן יצחק גולדשטיין נחמן גלנט נתן ארוש נתן יוסף בורשטיין
כל חדשות השבוע בחצרות ברסלב: כותרות השבוע ב'ברסלב נייעס' • עלוני ברסלב המובילים • לוח…
זיכרונם לברכה • הערב כ"א חשון חל יום היארצייט של הגה"ח רבי משה אריה הערשאנאוו…
שיחת חברים • המשפיע הנודע פה מפיק מרגליות הרה"ח ר' יעקב נתן אנשין שליט"א: "יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר־בְּךָ אֶתְפָּאָר"…
חדשות ברסלב • בחודשים האחרונים נפתח בית חינוך ברסלב לבנות על טהרת הקודש - ע"ש…
קיבוץ "שבת חנוכה" תשפ"ה באומן • 'איחוד ברסלב באומן' מפרסמים את זמני סגירת עזרת הנשים…
עולם הנגינה • שיר השבוע מעולם הנגינה הברסלבי: והשבוע השיר הסוחף "בְּבְּרֶסְלֶב בּוֹעֵר אֵשׁ הַבְעֵר…