שִׁמְעוּ וּתְחִי נַפְשְׁכֶם • רשמי הוד פן דעם היסטארישן כינוס רבתי "דאס פייער אין הארצן אריין" פאר כלל בחורי אנשי שלומינו חסידי ברסלב דארה"ב:
איחוד החבורות דחסידי ברסלב בארה"ב: מה נהדר היה המעמד האדיר הזה! די היסטארישע כינוס לשם שמים "דאס פייער אין הארצן אריין" אין בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, וואס האט זיך געענדיגט אין די שעה'ן.
מוצאי שבת פרשת תולדות, עס האבן זיך צוזאמגענומען ארום 200 בחורים כאיש אחד אינטער איין דאך, הייליגע ערליכע בחורים מבקשי השם. באסעס און ספרינטערס זענען געקומען צו פארן פון אלע געגנטער, וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל און לעיקוואד, אזא כלליות הגוונים פון אלע סארט בחורים צוזאמען מיט די ראשי החבורות. סע נישט מעגליך איבערצוגעבן מיט ווערטער די געפילן און קורת רוח פון אט די הייליגע שעות, וואס האט איבערגעלאזט א מורא'דיגע רושם דקדושה און א רוחניות'דיגע השפעה אויף די לעכטיגע בני הנעורים.
אויפ'ן שפיץ גאפל וועלן מיר פראבירן איבערצוגעבן בלויז קורצע רשימות פון דעם דערהויבענע מלוה מלכה.
א ריזיגע עולם האט אנגעהויבן שטראמען פון אלע זייטן למעלה מן המשוער, די היכל הביהמ"ד איז געווארן געפאקט מן הקצה אל הקצה און ביז געציילטע מינוטן איז נישט געבליבן קיין איין ליידיג פלאץ.
די בחורים זענען אריינגעקומען צו געדעקטע טישן, צוגעגרייט מיט א רחבות'דיגע סעודת מלוה מלכה ממש כיד המלך.
די יושב ראש הרה"ח ר' יואל יוזשעף שליט"א האט געעפנט דעם מעמד און אנטפאנגן דעם עולם, ארומרעדנדיג איבער דעם מטרה פונעם גאנצן כינוס.
נאכדעם האט מען געהערט די ווערטער פון די ראש החבורה פון וויליאמסבורג הרה"ח ר' שמעון הלל פרנס שליט"א וואס האט ארומגעשמוסט איבער די נקודת החבר פון מקבל זיין פון חברים דעם רבי'נס דעת און די וויכטיגקייט פון קומען צו א חבורה.
דערנאך האבן די בחורים אנגעהויבן די זמירות צוזאמען מיט'ן מיטיב נגן הר"ר פנחס גוטמאן שליט"א וואס האט געזינגן מיט'ן עולם זייער הארציג און ווארעם.
דבר ה' מירושילים די הויעך-פונקט פון די מעמד איז געווען ווען מ'האט געהערט די דיבורים פון הרה"ח רבי איתמר לייפער שליט"א, מראשי החבורות בארץ הקודש. וואס עס מיינט א ברסלב'ע בחור, און איבער די שוועריקייטן פון א בחור וואס דרייעט זיך נישט אין א ברסלב'ע סביבה, ווי אזוי צו לעבן צווישן חברים און זיך קענען דערהאלטן און אלע מצבים און זיין אן אמת'ע דוגמא פון א מקורב צום רבי'ן, אריינצושיינען דעם רבי'נס אור ווייטער פאר אנדערע.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די זמירות ווי די חשובע בחורים מבקשי השם האבן געזינגן מיט א מורא'דיגע קאך און התלהבות.
מען האט מכבד געווען די חשובע גאסט אורח הכבוד פון ארץ ישראל הגה"ח רבי אליעזר חשין שליט"א, וואס האט גערעדט פלאם פייערדיגע דיבורים אז מען דארף לעבן מיט א התקשרות צום רבי'נס ספרים חוק ולא יעבור און די עצם סגולה וואס ס'איז דא אין לערנען דעם רב'ינס ספרים, חוץ פון די לעובדא למעשה וואס מען האט פון דעם.
מען האט געזען אז די הייליגע רבי'נס הבטחה אז מיין פייערל וועט שוין טלוען, ווערט מקוים אויך אין די מדינה של עשירית אין אמעריקע, אז ס'האט געקענט צושטאנד קומען אזא הייליגע מעמד פון די ערליכע ברסלב'ע חסידים וואס גייען אויפ'ן אלטן הייליגען וועג בדרך המסורה וואס מען האט מקבל געווען.
די בחורים זענען צוריק אהיים געפארן פון די מעמד מיט געוואלדיגע חיזוק און שמחה מיט א שטאלץ אז זיי זענען פון די וואס ווייסן פון הייליגן רבי'ן, און גרייטן זיך צו מקיים זיין די אלע דיבורים לעבודא למעשה, אריינגיין אין עבודת השם אזוי די הייליגע רבי האט געוואלט. אשרי עין ראתה זאת!
שִׁמְעוּ וּתְחִי נַפְשְׁכֶם: