חדשות ברסלב • לקראת מעמד האדיר 'להבעיר את האש' התכנסות כלל חסידי ברסלב בני ארה‘‘ב יצא לאור גליון מיוחד 'בחביבותא' | לקריאה להורדה ולהדפסה:
כתבות קשורות:
ארה"ב • מעמד האדיר 'להבעיר את האש' | הכונו!
ארה"ב • מעמד האדיר 'להבעיר את האש' | הפרטים
לקראת המעמד האדיר 'להבעיר את האש' התכנסותם של כלל חסידי ברסלב בני ארה‘‘ב שייתקיים אי"ה במוצש‘‘ק ויגש תשפ‘‘ד, יצא לאור גליון מיוחד 'בחביבותא':
תוכן פון דעם גיליון:
ההשארה:
געקליבענע מאמרים פון תלמידי רביה"ק וואס האבן איבער געגבן די צוואה פונעם הייליגן רבי'ן מדור לדור |
מכתב קודש:
מכתב קודש שנשלח לפני שישים שנה מגדולי זקני אנ"ש בדור הקודם הגה"ח רבי לוי יצחק בנדר זצ"ל, הגה"ח רבי אלחנן ספקטור זצ"ל, הגה"ח רבי אלי' חיים רויזין זצ"ל, והגה"ח רבי שמואל שפירא זצ"ל לאנ"ש בבארא פארק לקראת פתיחת שערי בית המדרש בשנת תשכ"ד |
די לעצטע נאכט אין לעבן:
דערהויבענע חסידים רבי לוי יצחק בענדער זצ"ל, און רבי אליהו חיים ראזען זצ"ל – צוויי ברסלב'ע חסידים שמאכטן אין די סאוועטישע טורמע אין אומאן ווען א טויט אורטייל הענגט איבער זייערע קעפ. עס איז שוין ווארשיינדליך די לעצטע נאכט פון זייער לעבן ווען די צוויי חברים זיצן אויפן באן און רעדן צווישן זיך – האלטנדיג נאך פיר חדשים וואס איז געווען פארבאטן פאר זיי צו אויסטוישן א ווארט צווישן זיך – די צייט פון חצות דערנעטערט זיך און א שווערע באשלוס שטייט פאר זיי "וואס איז די פאסיגע עבודה צו אויסנוצן אזא נאכט אין די הויכע שעות פון חצות הארט פארן זיך טרעפן פארן בי"ד של מעלה?!" |
אין א פראסטע מיטוואך:
א ארציגער בריוו געשריבן מלב אל לב על ידי אחד מבני חבורה אנגעפילט מיט דיבורי התלהבות להתחזק יחד ולשמוח על נעים גורלינו. |
אינהאלטסרייכע ענטפערס:
אינהאלטסרייכע ענטפערס אויף שאלות אין די נושא פון זיך האלטן צוזאמען און קומען יעדע וואך צו א חבורה, געענטפערט דורך הרב ר' ראובן שיף שליט”א מנהל חבורות מורשת הנחל בארה"ק. |
געשיכטע פון א ברסלב'ע אינגערמאן:
א פערזענליכע געשיכטע פון א ברסלב'ע אינגערמאן וואס דערציילט ווי אזוי ער האט זוכה געווען מקורב צו ווערן פונדאסניי א דאנק דעם וואס ער האט אנגעהויבן דאווענען בקביעות אין בית מדרשינו הנקרא ע"ש הצדיק און זיך דרייען מיט אונזערע לייט. אזוי ארום האט ער זוכה געווען צו ווערן פון די כיתה וואס זענען איינגעבאקן אינעם הייליגן רבי'נס הארץ. |
הם אמרו:
קורצע אויסצוגן פון די ווערטער פון משפיעי אנ"ש איבער די נושא פון תחזיקו עצמכם ביחד. |
ברסלבע' נייעס אין ארה"ב:
פרישע נייעס מהנעשה ונשמע צווישן אונזערע לייט חסידי ברסלב אין אמעריקע; גרויסע בנין לשם לתפארת אין וויליאמסבורג. בלומינבערג – ווידער־עפענונג פון ביהמ"ד "משיבת נפש" דחסידי ברסלב, נאך לענגערע תקופה פון כיסופין און תפילות. ספרינג וואלי – מסירת נפש'דיגע אפקויף פון בנין פארן רבינ'ס שוהל. לעיקוואד – נאך דורכגיין פארשידענע מניעות קויפן אנ"ש תושבי העיר אפ שטח וואס וועט דינען אלס ביהמד ע"ש הצדיק. און נאך. |
לקריאה להורדה או להדפסה ☜ הקש כאן