חדשות ברסלב • ילדי אנ"ש בני ארה"ב התאספו למעמד סיום ספר הקדוש 'השתפכות הנפש' שע"י מתמידים 'והודעתם לבניך' | גלריה נרחבת:
כתבות קשורות:
מתמידים דורך א טעלאפאן ליין | אלע פרטים
'דעם רבינס ליכט' • סיום 'סיפורי מעשיות' | הכונו!
'דעם רבינס ליכט' • מאות ילדים בסיום ספר סיפורי מעשיות | צפו
'דעם רבינס ליכט' • מאות ילדים בסיום 'סיפורי מעשיות' |◄
כפי שפורסם ב'ברסלב נייעס', נערך בליל שישי (תרומה) – ז' אדר א' מעמד ראשון מסוגו של סיום ספר 'השתפכות הנפש', בהשתתפות ילדים רבים מאנשי שלומינו חסידי ברסלב, ע"י מסגרת המתמידים 'והודעתם לבניך'.
מעמד הסיום נקבע לאחר סדר לימוד של הספר הקדוש 'השתפכות הנפש' שנלמד במסגרת המתמידים 'והודעתם לבניך', במשך ארבעה חודשים, כאשר עתה עם סיום הספר נערך מעמד מפואר של סיום הספר, עם תכניות מלאי תוכן במיוחד עבור ילדי התשב"ר בני ארה"ב.
הספר הקדוש 'השתפכות הנפש' הוא ספר המדבר ממעלת עצת ההתבודדות, מלוקט מספרי הקודש לאורך כל הדורות, ובפרט ספרי רבינו הקדוש רבי נחמן מברסלב זיע"א, מחבר הספר 'השתפכות הנפש' הוא המכונה בין אנ"ש רבי אלתר טפליקער שמו המלא הוא רבי משה יהושע בזשיליאנסקי זצ"ל – שנרצח ביום י"ב באדר דשנת תרע"ט. כך שהמעמד התקיים ימים ספורים לפני יום ההילולא שלו.
מעמד הסיום נערך ע"י הרה"ח ר' יצחק וועבערמאן שליט"א, יו"ר המתמידים 'והודעתם לבניך', ברוב פאר והדר באולם של בית המדרש בעיר מאנסי בשעות הערב, כאשר את המעמד פיאר המשפיע מאנ"ש הגה"ח רבי אברהם הכהן כ"ץ שליט"א אב"ד טאש מאנסי.
להלן סקירת המעמד בהרחבה בשפת אידיש:
א בליק אריין אין דעם שיינעם מעמד סיום השתפכות הנפש לילדי ברסלב, דורך מתמידים והודעתם לבניך, פארגעקומען פארגאנגענעם ליל שישי פרשת תרומה אור לז' אדר א' בבית המדרש דמאנסי שמחה זאל.
די חשוב'ע עסקנים האבן שוין עטליכע וואכן בעפאר דעם מעמד משקיע געווען קאפ און מח אז דער מעמד זאל זיין לשם ולתפארת, די קינדער זאל שפירן א שמחה צו זיין א חלק פון א ברסלב'ע חבורה הנקרא על שם הצדיק.
עס זענען געקומען צו פארן באסעס און ווענס פון קרית יואל, וויליאמסבורג, לעיקוואד, און קארס פון מאנסי און אומגעגט. 6:30 האבן זיך די קינדער געוואשן צו א רייכע סעודה, אויף הערליכע געדעקטע טישן מיט גאר ווערטפולע מתנות אויף יעדעס קינד'ס פלאץ, א ספעציעלע בענטשערל, מיט דיבורים פון הייליגן רבי'ן, א אידישע תיקון הכללי, און נאך.
דער מעמד האט זיך געעפנט ווען ר' יצחק וועבערמאן האט ארומגערעדט וועגן די געוואלדיגע זכיה אז מען האלט שוין ביים סיום פון ספר השתפכות הנפש פארגעלערנט דורך דעם מגיד שיעור ר' אברהם יודא שפילמאן, וועלכער לערנט פאר דעם שיעור פאר די קינדער לויט זייער שפראך, זיי צוצוגעוואוינען צו די הייליגע עצה פון רבי'ן צו רעדן צום באשעפער יעדן טאג.
בעת דעם מעמד האבן די קינדער געמאכט עטליכע מינוט התבודדות און צום סוף פון די מינוטן איז מען ארויס אין איין גרויסע צעקת הלב אויף די ישועה כללית פאר גאנץ כלל ישראל.
שפעטער האט מען אויסגעלערנט די קינדער דעם נייעם ניגון וואס איז פארפאסט געווארן ספעציעל לכבוד דעם סיום, איבער דעם ענין פון גיין יעדן טאג מיט די עצה פון "אזמרה". נאך עטליכע ווארימע ניגונים זענען געזינגען געווארן דורך די קינדער.
דברי ברכה איז געהערט געווארן דורך הרה"ג רבי אברהם כ"ץ שליט"א וועלכער איז ספעציעל געקומען ווינטשן די קינדער, די קינדער האבן זיך אויפגעשטעלט מיט דרך ארץ פארן רב, און אויסגעהערט די דברות קודש, ווערן ער האט זיי מחזק געווען אויפן עבר און געגעבן דעם שטופ אויף ווייטער צו קענען גיין מעלה מעלה און אויסוואקסן ערליכע חסידי'שע ברסלב'ע בחורים.
שפעטער איז געווען דער סיום ווען מען האט ארויסגערופן א חשוב'ער אינגל וועלכער האט אנגעזאמלט די מערסטע נקודות, [דאס איז פאונטס וואס די קינדער באקומען פארן אויסהערן די טעגליכע שיעורים און אויך פארן מאכן די וועכענטליכע בחינות אויף די ספרים וואס מען לערנט.]
א ספעציעלער גורל איז דאן פארגעקומען אויף די 148 מינוטן התבודדות וואס די קינדער האבן זיך אנגעזאלמט די לעצטע פאר וואכן, ווען אינאיינעם האט זיך צאמגעשטעלט איבער 3000 מינוט התבודדות פון די לעצטע 7 וואכן.
פארן סיום האט גערעדט האברך ר' אברהם יודא שפילמאן הי"ו קורצע דיבורים ארום דער הייליגער ספר און די געוואלדיגע עצה פון התבודדות.
דאן איז ארויפגעקומען אויף בימה א חשוב'ער ברסלב'ער אינגערמאן ר' יואל גליק הי"ו, א מייסטער מעלער, ווען ער האט מיט די קינדער טרעפל ביי טרעפל געהאלפן אויסמאלן דעם ציון הקדוש, דער באקאנטער בילד וואס מען זעט אויפן תיקון הכללי, און געוויזן נאך גאר אינטערעסאנטע בילדער וואס ברענגט ארויס, כיסופין, רצונות, שמחה און נאך.
ברכת המזון וויאזוי ברסלב'ע קינדער בענטשן, איז אויך געווען א שיינער סצענע צוצוזען. ווען גלייך דערויף האבן די קינדער גענומען די לייצעס אין די הענט און אראפגערוימט די טישן און צאמגעלייגט די טישן, ריין געמאכט די ערד גרייט צו קומענדיגן חלק פונעם מעמד.
מען קען נישט באשרייבן די ריקודים וואס איז פארגעקומען ווען אלע קינדער אן א אויסנאם פון אלע יארגענג פון וועלכע געגנט ער איז נאר געקומען, אבער ביים טאנצן זענען זיי אלע געווען אין איין גרויסע רינג מיט א שמחה דקדושה, דער גרויסער אשרינו אז מיר פארמאגן אזא מתנה, בך רבינו נגילה, ליהודים היתה אורה ושמחה וששון…
אויפן בימה זענען דאן ארויפגעקומען עטליכע חשוב'ע אינגעלייט וועלכע האבן געהאלטן די קינדער פאר א גאנצע שעה, אויסשפילנדיג די מעשה פון לאנדאן, ווען דער איד וואס האט געטראפן די דיימאנד האט זיך דערהאלטן נאכן פארלירן זיין דימאנט אין וואסער. עס איז געווען צום וויינען און צו שמייכלען, ווען די אינגעלייט האבן אויסגעשפילט די מעשה, און דער עיקר דער אויספיר אז אויב מען דערהאלט זיך נאכן פארלירן וואס מען פארלירט, באקומט מען צום סוף אלעס צוריק און נאך מיט א שפרינג אריבער.
די טייערע גורלות איז פארגעקומען אין די שפעטע שעה'ן פארן אהיימגיין, אבער יעדעס אינגעל באזונדער איז אהיים מיט פילע באגאדזשן ברוחניות ובגשמיות, און בעזר השם ווארט אפ פאר די קינדער וואס האבן מיטגעהאלטן די שיעורים גאר א ווערטפולע מתנה, וואס מען האט צאמגעשטעלט ספעציעל פארן מעמד.